גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
לויט פרישע שאצונגען וועלן 300 טויזענט ניו יארקער פארלירן פוד סטעמפס בענעפיטן, נאך וואס פרעזידענט טראמפ'ס ביל איז דורך אינעם סענאט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער איראנער אויסערן מיניסטער זאגט אז איידער זיין לאנד וועט זיין גרייט זיך צו זעצן פארהאנדלען מיט די פאראייניגטע שטאטן, מוז זי ערשט באקומען א פארזיכערונג קעגן צוקונפטיגע אטאקעס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט אויך געזאגט אז "ער וועט כאפן א בליק" ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער דעפארטירן אילאן מאסק פון די פאראייניגטע שטאטן.
דאס קומט אין רעזולטאט פון א פרישע סעריע אטאקעס וואס מאסק האט אונטערגענומען קעגן די גרויסע שיינע ביל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ראמעניע מעלדט אז זי גייט איינקויפן 41 לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען פון די רפאל וואפנס פירמע, 24 איירין דאום באטעריעס, און 17 ספיידער באטעריעס, אין ווערט פון 5.6 ביליאן דאלער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
https://figkosher.com/products/fig-beat-music-player
Читать полностью…טרעזשורי סעקרעטאר סקאט בעסענט זאגט אז די ווייסע הויז ארבעט צו אויסוועלן אן ערזעצונג צו דער פעדעראלע טשעירמאן דזשעראם פאועל אין די קומענדיגע וואכן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט ארבעט צו סוספענדירן די וויזע פון א בריטישער זינגער באבי ווילען, וואס פלאנט צו קומען פאר א מוזיק טור אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך וואס ער האט געשריגן טויט צו די איי-די-עף דורכאויס א קאנצערט.
"דער אמעריקאנער גאווערמענט וועט נישט שענקען וויזעס צו פרעמדע בירגער וואס שטיצן טעראריסטן" האט א הויכע באאמטע געזאגט פאר די דעילי ווייער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דאטא צייגט אז דורכאויס 2024, דורכאויס די מלחמה צווישן מדינת ישראל קעגן כאמאס, כיזבאלא און די כוטיס האבן זיך אריבערגעצויגן וואוינען קיין ארץ ישראל 32,281 נייע אימיגראנטן פון 94 לענדער פון ארום דער וועלט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
גאווערנאר האוקל האט געמאלדן פלענער צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער אין נייע היים פראיעקטן, אלס טייל פון א גרעסערע 25 ביליאן דאלער פראיעקט צו לעזן דעם הייזער קריזיס אין ניו יארק.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א פלארידא מאן וועלכע האט געשיקט א פארדעכטיגטע ווייסע שטויב פאר ניו יארק אטוירני דזשענעראל דזשעימס איז אנגעקלאגט געווארן, און איז ערווארטעט צו זיין ביז פינף יאר טורמע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם קלאגט די פאקס ניוז נייעס אגענטור, בעטנדיג $787 מיליאן צו דעקן די שאדנס וואס זיי האבן אים געמאכט מיט'ן פארשפרייטן פארפירנדע אינפארמאציע איבער אים.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א טראגעדיע האט פאסירט דעם שבת נאכמיטאג אין קראון הייטס, ווען אן אכט יעריג אינגל, מרדכי קעלער ע"ה, איז געווארן אראפ געקלאפט דורך א קאר, און איז ליידער אוועק אויפ'ן ארט.
דער 69 יעריגער דרייווער איז געבליבן אויפ'ן סצענע ביז פאליציי איז אנגעקומען, און איז דערווייל נישט ארעסטירט געווארן ווילאנג די פאליציי ענדיגט דעם אויספארשונג איבער וואס האט פאסירט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
Summer was never meant for shlepping or shvitzing.
Shop Lemonade and shop your way.
We accept EBT online.
Shop online: https://www.lemonadesupermarket.com/
Email: orders@lemonadesupermarket.com
Text: 845-218-1244
GPS: https://maps.app.goo.gl/iPGj6rLPdS8BKJXN7
טעסלא גרינדער אילאן מאסק מעלדט אז טעסלא האט דורכגעפירט דער ערשטער אויטאנאמישע קאר דעליווערי, ווי א טעסלא מאדעל Y איז געווארן אפגעשיקט צו א קליענט פון די געשעפט ביז זיין הויז, אן קיין דרייווער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די נייע עליגעיטאר אלקאטראז וועלכע ווערט היינט געעפנט אין פלארידא פארנעמט פילע נייעס קעפלעך, ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך באטייליגט ביים עפענונג צערעמאניע פאר דעם צענטער, געווידמעט צו פארהאלטן אומלעגאלע אימיגראנטן ביז זיי ווערן דעפארטירט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער ערווארט זיך אונטער צו האלטן מיט מאמדאני, וויבאלד ער וועט מוזן קומען צום ווייסן הויז בעטן געלט.
''ער איז א קאמוניסט, און איך גיי האבן אסאך 'פאן' מיט אים''...
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ מעלדט איבער א נייע פערפיום שמעק פראדוקט ווערנדיג גערופן וויקטארי 47 און וויקטארי 45 "ווייל זיי שפיגלען אפ געווינען, שטארקייט און סוקסעס."
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וויל נישט קיין עלעקטריק קאר, "עס איז פארהאן איין פראבלעם דערמיט, עס רייסט אויף."
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן זאגט אז 935 מענטשן זענען געשטארבן דורכאויס די מלחמה מיט מדינת ישראל, וואס האט געדויערט 12 טעג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט איינגעלאדנט די B-2 פליגער פילאטן צו די ווייסע הויז, זאגנדיג אז זיי האבן געצילט פונקטליכע צילן, די מאס פון א האלבע פרידזשידער, פון 50,000 פיס העכער דער ערד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט צו אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער היינט צו נאכמער פארגרינגערן די סאנקציעס אויף סיריע, אין בעפארגרייטונג צו א באזוך פון מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו קיין וואשינגטאן, צו ענדיגן אויסארבעטן א היסטארישע נארמאליזאציע אפמאך מיט סיריע!
בילד: מדינת ישראל זעלנער אפערירן אין סיריע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער איראנער פארלאמענט האט דורכגעפירט א געזעץ צו פארבאטן דער באנוץ פון אילאן מאסק'ס סטארלינק אינטערנעט, עס איז יעצט אומלעגאל און מען קען באקומען צוויי יאר טורמע פאר'ן דאס פארלעצן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דעמאקראטישער קאנגרעס פרוי וועלאסקועז האט אויפגעברענגט א ביל צו פארבאטן אייס אגענטן פון אפערירן מיט אנאנימיטעט און פארדעקטע געזיכטער, זאגנדיג אז דאס ערמעגליכט פארברעכער צו טון דאס זעלבע און פארכאפן אומשולדיגע מענטשן.
אן אייס ווארטזאגער זאגט אז אייס אגענטן שטייען אויס א הויכע געפאר פון ווערן איבערגעפאלן, און דעריבער איז וויכטיג זיי זאלן קענען באהאלטן זייערע אידענטיטעטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מעיאר קאנדידאט זואראן מאמדאני זאגט אז אויב ער געווינט וועט ער זוכן צו שטעלן מער שטייערן אויף רייכע און ווייסע געגענטער אין ניו יארק.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז שולעס מוזן ערלויבן קינדער ארויס צו גיין פון די קלאסן איבער די ליבעראלע אידענטיטעט טעמע, אויב איז דאס וואס די עלטערן ווילן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די ניו יארק פייער דעפארטמענט האט קאנפיסקירט א פערטל מיליאן דאלער ווערד פייער קרעקערס פון א געשעפט אין פלעטבוש, צוליב וואס די ספעציפישע סארט איז גאר שעדליך און אומלעגאל.
דער אייגנטומער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן איינשטעלן מענטשליכע לעבנס, שטייענדיג בלויז עטליכע טעג איידער די יולי 4 חאגע ווען מאסן מענטשן קויפן דערפון.
▫️אידישער ווינקל ▫️
שאקירנדע באריכטן אז איראן טוט ארעסטירן אידישע רבנים און קהילה מיטגלידער פון די אידישע געמיינדע אין איראן, אויף פארדאכטן אז זיי שפיאנירן אדער פארמאגן פארבינדונגען מיט מדינת ישראל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פרייטאג אז ער טראכט אז מען וועט דערגרייכן א פייער אפשטעל אין עזה אין די קומענדיגע וואך.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ צום צווייטן מאל לאזט זיך ארויס אין א לאנגע אטאקע קעגן די מדינת ישראל פראקורארן וועלכע קלאגן אן מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו, און פירן די קלאגעס קעגן אים, דער פרעזידענט באצייכנט ביבי נתניהו אלס מלחמה העלד.
▫️אידישער ווינקל ▫️