yiddishevinkel | Неотсортированное

Telegram-канал yiddishevinkel - אידישער ווינקל

4734

‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel

Подписаться на канал

אידישער ווינקל

🟡Save this number NOW🟡

*So you’re not that guy later posting on status:*
“Anyone have the number for Yellow Long distance car service...”

👇👇
845-783-6660

Читать полностью…

אידישער ווינקל

טייל פון די פילע הויכראנגיקע איראנער גענעראלן און נוקלעארע וויסנשאפטלער, אנגעהויפנט אין קאסטענעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די מדינת ישראל מיליטער מעלדט אז זי האט עלימינירט האקאם אל איסע, א הויכער כאמאס קאמאנדיר, איינער פון די ארכיטעקטן פון די אקטאבער זיבן אטאקע און דער פירער פון די אל קאסאם טרענירונג און אנטוויקלונג סיסטעמען.

באבוד רשעים רנה.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

העכער 100 מענטשן האבן געמאכט עליה און זיך געצויגן קיין ארץ ישראל זינט די לופט רוימען פון מדינת ישראל האבן זיך צוריק געעפנט, דאס רעכנט אריין בירגער פון ענגלאנד, שפאניע, האלאנד און פראנקרייך, א טייל פלאנען זיך צו אנשליסן אין די מדינת ישראל מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

Heading upstate?
On the way. Way cheaper.

Stop by Aisle One and avoid paying Catskills prices.

Order online or by phone and pick up in-store.
aisleonekosher.com
(973) 952-6500
https://maps.app.goo.gl/tP9Yb3eZ3qAdRTW58

Читать полностью…

אידישער ווינקל

די רוסישע זיכערהייט קאונסיל מעלדט: "מיר האבן נישט קיין פלענער צו צושטעלן נוקלעארע וואפן פאר איראן."

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו וויל זיך טרעפן מיט אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ צו פייערן זיג קעגן איראנ'ס נוקלעארע געפאר אין די קומענדיגע וואכן און צו דיסקוסירן סטראטעגישע אנטוויקלונגען אין די ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א גרופע עלעפאנטן אין מאסקווע טירגארטן זענען געווארן שיכור נאכ'ן ארייננעמען אין זייער קערפער א געוויסע סארט פערמענטירטע פרוכט וואס שאפן רעזולטאטן ענדליך צו אלקאהאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ האט זיך געטראפן מיט אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, וועלכע האט געטראגן א רעקל, ביי די נאטא סאמיט אין די האג.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

נטורי קרתא אין שטיצע פון איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט ארויסגעשיקט א ווידעא, מיט געזאנגען און ווערטער איבער באמבארדירונגען אין איראן...

מען זעט ווי אמעריקאנער בי-2 פליגערס לאזן אראפ צענדליגע מיסילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

לויט באריכטן האט איראן הינגעריכטעט דריי פארדעכטיגטע מדינת ישראל שפיאנען, וועלכע האבן געשווערצט באשטאנדטיילן צו בויען דראונס צו עלימינירן איראנער מיליטערישע באאמטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ מיט טערקישער פרעזידענט ערדוגאן אין די האג, ביי די נאטא סאמיט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי ווערט געזען מיט א רעקל, ביים אנקומען אין האג צו די נאטא סאמיט. זאלענסקי האט זיך באקאנט געמאכט צו טראגן א מיליטערישע העמד צו ארויסצייגן סימפאטיע מיט זיינע לאנד'ס זעלנער.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר פיעט העגסעט: באזירט אויף אלס וואס איך האב געזען, און איך האב אלעס געזען, האט אונזער באמבארדירונג קאמפיין צעשמעטערט די איראנער מעגליכקייטן צו ערצייגן נוקלעארע וואפנס.

אונזערע מאסיווע באמבעס האבן אטאקירט פונקטליך אין ציל, האבן דערגרייכט אין די ריכטיגע פלאץ, און האבן געארבעט געוואלדיג.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דער איראנער אויסערן מיניסטער, אבאס אראקטשי ווערט געזען ביי די באגרעבעניש צערעמאניעס אין איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א רייע באגרעבעניש צערעמאניעס זענען פארגעקומען אין טעהראן, איראן פאר עלימינירטע גענעראלן מיט הונדערטער טויזענטער באטייליגטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

באלדיגע נקמה...

א מאטאריסט אין מאסקווע, רוסלאנד, וואס האט געזוכט צו אנשפריצן פיסגייער מיט וואסער, באקומט זיין באלדיגע שטראף ווען ער פארלירט קאנטראל פון זיין אויטא.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

איראנ'ס העכסטע פירער אייטאלא אלי כומעניי זאגט אז פרעזידענט טראמפ האט גאר שטארק איבערגעטריבן איבער וואס האט פאסירט אין איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

דריי מענטשן זענען געווארן עלימינירט אין אן אויפרייס אין א געביידע אין טעהראן, איראן.

מער דעטאלן זענען נאכנישט קלאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א שילד וואס הענגט אין תל אביב, מוטיגט איבער די געדאנק פון נאך לענדער וואס זאלן זיך אנשליסן אין די עברעבעם עקארדס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

צפון קארעא האט געעפנט א נייע רעזארט ביים וואסער, מיט דער פירער קים דזשאנג אן האפנדיג אז דאס וועט מוטיגן און אויפטרייבן טוריזם אין לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

סטיוו וויטקאף, פרעזידענט טראמפ'ס הויפט דיפלאמאט, זאגט אז ווי עס שיינט וועלן קומען גרויסע מעלדונגען איבער לענדער וואס וועלן זיך אנשליסן אין די 'עברעהעם עקארדס.'

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ ציטירט מדינת ישראל באאמטע זאגנדיג אז די איראנער נוקלעארע פארדא אונטערערדישע איינריכטונג איז געווארן צעשמעטערט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

נאכפאלגנדיג אן אפשטימונג אין די איראנער פארלאמענט, וואו איראנע פארלאמענט מעמבערס האבן געשטימט אז איראן זאל סוספענדירן איר מיטארבעט און קאאפעראציע מיט די "אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור," האבן זיי אנגעהויבן שרייען "טויט צו אמעריקא, טויט די מדינת ישראל."

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

פרעזידענט טראמפ זאגט אז מדינת ישראל שפיאנען זענען געגאנגען צו די איראנער פארדאו נוקלעארע איינריכטונג, נאך די אטאקע און האבן באשטעטיגט אז עס איז פארניכטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

ניו-יארק מעיאר פארמעסט: זאוראן מאמדאני האט געווינען די וואלן פון די דעמאקראטישע פריימעריס, באזיגנדיג געוועזענער גאווערנאר ענדרו קאומא, מאמדאני וועט אויסשטיין א פארמעסט קעגן מעיאר עריק עדעמס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

קאנגרעס פרוי גרין האט היינט באשולדיגט מדינת ישראל אין עלימינירן פרעזידענט קענעדי. זי האט געזאגט אז "עס איז אמאל געווען א גוטע פרעזידענט וועמען די אמעריקאנער האבן זייער געגליכן, ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו מדינת ישראל'ס נוקלעארע פראגראמען און ער איז געווארן אומגעברענגט."

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט אז מדינת ישראל האט נישט געהאט קיין בעסערע פריינט אין די ווייסע הויז ווי פרעזידענט טראמפ.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…

אידישער ווינקל

א דעמאקראטישע פרואוו אין קאנגרעס צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ, איז דורכגעפאלן מיט 344-79 שטימען.

די אימפיטשמענט ביל איז געווארן ארויפגעברענגט דורך דער עקסטרעמיסטישע קאנגרעסמאן אל גרין פון טעקסאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Читать полностью…
Подписаться на канал