גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
אן איראנער אטאקע קומט?
קאטאר מעלדט אז זי פארשליסט אירע לופט רוימען ביז דער קומענדיגער מעלדונג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער טוט שוין קאנטראלירן ארום 54% פון די עזה פאס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איין מיסיל איז געווארן געשאסן פון איראן, עס איז געווארן נוטראליזירט אין מדינת ישראל לופט רוימען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*Think your vote doesn’t matter? It does.*
*Early voting ends SUNDAY, June 22. Make your voice count—go vote now.*
*Find your voting site at:* https://vote.nyc/
די לאגווארדיא לופטפעלד האט אפגעשטעלט עראפלאנען פון זיך הייבן אדער לאנדן, אין רעזולטאט פון מעגליכע שטארקע רעגנס און בליצן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*נעמט מיט די וואונדערליכע זכותים פון רבי מאיר בעל הנס שטענדיג, מיט אייך. דאונלאוד די שומרי החומות עפפ.*
דריקט דא צו דאונלאודען די שומרי החומות פושקע עפפ און גיבט צדקה מיט א בלויזער דרוק פון א קנעפל, און זעט שטוינענדע ישועות.
https://me-qr.com/link-list/bRWKQUlf/show
דערווייל: אפאזיציע פירער יאיר לפיד מאכט פראפעגאנדע ווידעאס פאר מדינת ישראל אין ספאניש...
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל זיכערהייט אגענטורן אין שפיץ פון שב"כ האבן אין א רעטונגס אקציע באוויזן צו ארויסראטעווען די קערפערס פון נאך דריי משכונות, יונתן סמרנו ז"ל, עפרה קידור ז"ל, און שי לעווינסון ז"ל.
דערמיט פארבלייבן אין עזה 50 משכונות פון וועלכע 20 ווערן געגלייבט צו זיין ביים לעבן. השם ינקום דמם.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די כוטי טעראר גרופע פון תימן האט געשאסן א מיסיל קיין מדינת ישראל, עס איז געווארן אראפגעשאסן דורך די מיליטער, טייל ברוכווארג שטיקער זענען געפאלן אין א פאלעסטינער געגנט נעבן חברון...
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל זעצט פאר מיט איר אגרעסיווע אומגלויבליכע אפעראציע און האט אנגעהויבן אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען אין פארדא, נעבן קוואם, איינער פון די צענטראלע איינריכטונגען אין איראנ'ס נוקלעארע פראגראם וואס איז אריינגעגראבן טיף אונטער א בארג און דאס צו אטאקירן פון דער לופטן איז זייער קאמפליצירט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ רעאגירט, יעדע ווארט איז היסטאריע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אלע דראונס פון איראן זענען סוקסעספול געווארן אראפגעשאסן אינדרויסן פון מדינת ישראל לופט רוימען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: עס ווערט ערלויבט פאר פובליקאציע, אז די מוסד האט אפערירט און אויפגעבויעט א באזע פון אטאקע דראונס אין איראן.
די דראונס זענען געווארן אינפילטרירט און אריינגעשווערצט אין הארץ פון איראן, און געווארן אקטיוויזירט אין דער זעלבער צייט וואס די עירפארס האט אנגעהויבן מיט איר אטאקע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די כאמאס טעראר גרופע אין עזה איז אפיציעל ארויס געקומען פארדאמען די מדינת ישראל מיליטערישע אפעראציע אין איראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל, אמעריקאנער און בריטישע פייטער דזשעטס האבן זיך געהויבן אין די לופטן פון באזעס אין מדינת ישראל און קפריסין, צו נוטראליזירן די איראנער דראונס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך וואס רוסלאנד און כינע האבן פארדאמט די פאראייניגטע שטאטן: צפון קארעא האט זיך אנגעשלאסן און שטארק פארדאמט אמעריקא אויף איר אטאקע קעגן איראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מאכט זיין וועג קיין ארץ ישראל נאכן אויפרייבן די אסטראנאמישע סומע פון העכער 50$ מיליאן דאלער דורכאויס זיין באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן, דער רבי שליט"א האט באקומען ספעציעלע ערלויבעניש צו לאנדן אין די בן גוריון לופטפעלד וואס איז יעצט פארשלאסן פאר פארקער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ איבער רעזשים טויש אין איראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט אז זיין לאנד שטייט זייער נאנט צו דערגרייכן די צילן פון די אפעראציע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
זעקס מענטשן זענען אומגעקומען און צוויי ווערן נאך ארום געזוכט, נאך וואס א שיפל האט זיך איבערגעדרייט אינעם טאהא לעיק אין קאליפארניע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל מיליטער פארעפנטליכט פרישע ווידעא וויאזוי אירע קרעפטן באווייזן צו אטאקירן הייסע אנגעלאדנטע קארעמשאהאר לאנגשטרעקיגע מיסילס איידער זיי האבן געקענט ווערן געשאסן קיין מדינת ישראל.
די פלאטפארמעס זענען געווען סטאנציאנירט אין יאזד געגנט, און עס איז דאס ערשטע מאל וואס מדינת ישראל פליגערס אטאקירן דארט, זייענדיג ווייט 2,200 קילאמעטער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראנער פרעזידענט מאסוד פאזעשקען נעמט אנטייל אין א דעמאנסטראציע קעגן די פאראייניגטע שטאטן אין די הויפטשטאט פון איראן, טעהראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אין די מאמענטן: מדינת ישראל ארבעט צו פארניכטן די נוקלעארע איינריכטונגען אין פארדאו, איספאהאן און פערשין, מיט פאנצער אויפרייס באמבעס, נאכ'ן סוקסעספול פארניכטן די נוקלעארע איינריכטונגען אין נאטאנז, די איראנער הימלען זענען אפן פאר מדינת ישראל פליגערס מיט מינימאלע קאנטער מעגליכקייטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז איראנער פארשטייער "רופן אים און ווילן רעדן" נאך די מדינת ישראל אטאקעס. פרעזידענט טראמפ האט אנגערופן די אטאקעס סוקסעספול און אז מדינת ישראל האט דערלאנגט פאר איראן א מעכטיגער זעץ.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די ניו-יארק-טיימס באריכט אז דער קאמאנדיר פון די אל-קודס קרעפטן, איסמאעל קוני איז אויך געווארן עלימינירט אין די נעכטיגע סעריע אטאקעס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
זעלטענע ווידעא ווערט פארעפנטליכט וואס צייגט ווי מוסד אגענטן אפערירן אין הארץ פון איראן, אנגרייטנדיג וואפנס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט שוין דערווייל דורכגעפירט 300 אטאקעס אין איראן, צעטיילט אין פינעף כוואליעס.
די שווערע וואסער רעאקטער אין אראק, איז צווישן די ערטער וואס זענען געווארן אטאקירט, די נאטאנז רעאקטער איז לויט באריכטן פארניכטעט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל האט נוטראליזירט די ערשטע דראונס פון איראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די איראנער האבן אפגערופן און געמאלדן אז זיי ענדיגן פארהאנדלען מיט די אמעריקאנער...
▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן: איראן האט נארוואס געפייערט 100 דראונס קיין מדינת ישראל, די מיליטער ארבעט צו נוטראליזירן די געפאר.
▫️אידישער ווינקל ▫️